
23-09-2005, 11:44
|
 |
|
|
חבר מתאריך: 29.08.05
הודעות: 146
|
|
|
לוח שנה עם תאריך יום העצמאות, מותר?
הקהילה החרדית באנטוורפן מדפיסה כל שנה לוח שנה
שבו מופיע בין כל תאריכי החגאות של הגויים גם תאריך יום העצמאות הישראלי
והשנה.....
מביא אני בזה הודעה שפורסמה מטעם הקהילה
די קהילה פובליצירט און שיקט ארום צוויי ווערסיעס פון לוח תשס"ו
ווי באוואוסט, איז די קהילה צוזאמענגעשטעלט פון מיטגלידער פון פארשיעדענע חרדישע השקפות'דיקע ריכטונגען. דאס איז טאקע דער שטאלץ פון די אנטווערפענער "מחזיקי הדת" אז אט די אללע ריכטונגען קענען צוזאמען לעבען באחדות אונטער איין דאך.
מיט די צייט האט זיך געשאפען א פראבלעם מיט'ן לוח הקהילה דהיינו, אז פארשיעדענע מיטגלידער האבען זיך אפגעשטעלט אויף א געוויסען דאטום אינ'ם לוח.
דעריבער, כדי זיך נישט אריינלאזען אין השקפות'דיקע באשלוסען, האט די הנהלה ארויסגעגעבען צוויי לוחות און וועט אזוי ארום קענען צופריעדען שטעלען דעם גאנצען עולם. דער וואס וויל א לוח מיט'ן יאהרטאג פון די גרינדונג פון מדינת ישראל וועט עס באקומען און דער וואס וויל האבען א לוח אהן דעם דאטום וועט עס אויך באקומען. אי"ה דאס אנדערע יאהר, אויב משיח וועט נאך נישט זיין געקומען , וועט מען יעדעם פריער אנפרעגען וועלכען סארט לוח ער וויל האבען.
אינצווישען צייט, וועט די הנהלה זיך קענען קאנצענטרירען אויף די הויפט פראבלעמען פון די קהילה ווי צ.ב. שחיטה, מקוה כשרות, עירוב, א.א.וו..
_____________________________________
חתימתכם הוסרה כיוון שלא עמדה בחוקי האתר. לפרטים נוספים לחצו כאן. תוכלו לקבל עזרה להתאמת החתימה לחוקים בפורום חתימות וצלמיות.
|