
28-10-2007, 05:49
|
 |
|
|
חבר מתאריך: 17.03.07
הודעות: 11,647
|
|
|
אידית, אידית.. כך היה צ"ל בעברית תקינה.. :)
בשבילך:
יום כיפור מלחמה פֿון װיקיפּעדיע
יום כיפור מלחמה איז געווען די מלחמה צווישן ישראל קעגן מצרים אונד סיריע מיט די הילף פון יארדאניע און איראק. די מלחמה האט אויסגעפלאצט יום כיפור י' תשרי ה'תשל"ד (דעם 6טן אקטאבער 1973) 2 א זייגער מיטאג פון צוויי פראנטן: סיריע פון רמת הגולן און מצרים פונעם סועץ קאנאל. די מלחמה האט זיך געענדיקט כ"ט תשרי מיט א פייער שטילשטאנד דורך דער יו ען זיכערהייט ראט. די מלחמה ווערט פארעכנט אלס א באזונדערע שווערע מלחמה, צוליב דעם וואס ישראל איז דורכגעפאלן מיט זייער מיליטער פארשטאנד און די מלחמה האט אויסגעפלאצט פלוצעמדיק אומדערווארטנדיק. אויך זיינען אומגעברענגט געווארן א סך פון ישראל זייט (2,222) און פיל מענטשן האבן אין אנהייב פארדאכט אז ישראל גייט אונטערגיין (ווי צב"ש דער זיכערהייטס מיניסטער, משה דיין, האט געזאגט אז די מלחמה איז דער דריטער חורבן הבית). אבער במשך די מלחמה האט זיך צה"ל געשטארקט און מצליח געווען צוריק קאנטראלירן אויף סיני און אויף א טייל פונעם הר חרמון. אין די אראבישע זייט זיינען געשטארבן 15,000 מענטשן.
די אורזאכן צום מלחמה
נאך וואס ישראל האט ביי דעם זעקסטאגיקער מלחמה איינגענומען ריזיקע שטחים פון מצרים און סיריע (רמת הגולן, סיני אא"וו) און נאך וואס ישראל האבן זיך באזעצט ביי דעם סועץ קאנאל, האבן די אראבער געוואלט צוריק קאנטראלירן אויף זייערע שטחים, און צובריינגען ישראל צו פארהאנדלען מיט זיי וועגן דעם.
אַגראַנט קאמיסיע
צוליב דעם דורכפאל פון דעם ישראלישן מיליטער פארשטאנד האט מען אויפגעשטעלט כ"ו חשוון דער אגראנט קאמיסיע צו פארשן אט דעם דורכפאל. די קאמיסיע האט צו געברענגט צו דערווייטערן עטלעכע הויכגעשטעלטע סאלדאטן, און צום אפזאג פון די פרעמיער מיניסטארין גולדה מאיר און משה דיין.
-------
ולמען השעשוע, טקסט מאותו מקום:
אויף מאי 18, 1948, האט דוד בן גוריון דערקלערט דאס זעלבסטשטענדיגקייט פון מדינת ישראל. אייניגע שטונדע דערנאך האבן די ארמייען פון פינף אראבישע לענדער -- מצרים, סיריע, ירדן, איראק, און לבנון -- אנגעגריפן דעם נייעם לאנד מיט'ן דערקלערירטן ציל צו "אריינשטופן די אידן אין ים אריין". זיבן מאנאטן האבן די שלאכטן אנגעהאלטן, מיט פילע פון די ישראל'ישע סאלדאטן ניי-געקומענע אימיגראנטן פון די שארית הפליטה פון חורבן אייראפע. דער קריג האט זיך אויסגעלאזט מיט א נצחון פאר מדינת ישראל, וועלכע האט צוגענומען פיל מער שטח ווי דער ארגינעלער יו.ען פלאן וואלט איר געגעבן. אלץ רעזולטאט פון דעם קריג זענען 700,000 אראבער אנטלאפן אדער פארטריבן געווארן פון זייערע היימען אין דעם ניי-געבוירענעם אידישן לאנד, און זיי זענען געווארן פליטים אין לאגערן אין מערב ברעג פון פאלעסטינע, אין ירדן, לבנון, און דער עזה פאס. דער קריג איז גערופן געווארן דורך מדינת ישראל דער זעלבסטשטענדיגקייט קריג, אדער מלחמת עצמאות. ביי די אראבער ווערט עס אנגערופן "אל נאקבא", אדער דער קאטאסטראפע.
|